ווי לאנג נעמט די סלייד-פּרעזענטאציע?

עס נעמט 75 מינוט.

פאר וועלכע כיתות איז עס געאייגנט?

עס איז געאייגנט פאר כיתה ד’ און ארויף.
פאר כיתה ד’ און העכער.
יונגערע קינדער קענען אויך הנאה האבן פון די בילדער, אבער זיי וועלן מסתמא נישט אזוי גוט כאפן דעם תוכן.

איז עס שווער צו צוגרייטן?

ניין. יוסל’ע קומט גרייט מיט  קלארע אנווייזונגען.
מען דארף נאר א קאמפיוטער, א פראדזשעקטער, און ספיקערס — זאכן וואס רוב מוסדות האבן שוין.

וויאזוי באשטעלט מען?

די בעסטע וועג איז צו באשטעלן דא אויפן וועבזייטל.
נאך נישט זיכער?
שיקט אן אימעיל צו:
B0534167329@gmail.com
אדער רופט:
1-347-542-8922
מיר וועלן זיך פארבינדן מיט אייך ווי שנעלער.

איז עס גוט פאר קעמפס?

אוודאי. עס איז גאר גוט פאר קעמפס.
יא, זייער גוט פאר קעמפס.
און נישט נאר פאר קעמפס. יעדע מאל וואס איר ווילט געבן די קינדער א געשמאקע שעה מיט תוכן, הנאה און דראמא — איז יוסל’ע א גוטע די בעסטע אפציע פאר אייך.

איז 75 מינוט סליידס נישט צו לאנג?

ניין. ווייל יוסל’ע איז נישט קיין ווידיאו וואס מען האט צעשניטן אין בילדער.
ביי א ווידיאו קומט אסאך פון די אינטערעס דורך באוועגונג: די קאמערע רוקט זיך, די שפילערס באוועגן זיך, און די סצענע לעבט דורך שנעלע טוישונגען.
ווען מען שניידט אזא ווידיאו אין שטילע בילדער, פארלירט מען די גאנצע באוועגונג — און עס קען שנעל ווערן לאנגווייליג.
יוסל’ע איז אנדערש.
יוסל’ע איז פון אנהייב געבויט געווארן אלס סליידס. דערפאר איז יעדע בילד אויסגעשטעלט צו דערציילן די מעשה, יעדע פאר סעקונדעס קומט א נייע בילד, און די מעשה אליין איז געבויט געווארן שטארק, קלאר און געשמאק.
אזוי בלייבן די קינדער געשפאנט ביזן סוף.


איז יוסל'ע AI בילדער?

יא, אבער נישט ווי געווענליכע AI בילדער.
מיר האבן זייער שטארק אכטונג געגעבן אויף דריי זאכן:
  1. די קינדער זאלן האבן א חסידישן, געשמאקן חן.
  2. די געשטאלטן זאלן בלייבן די זעלבע אין אלע בילדער.
  3. יעדע בילד זאל זיין קלאר, לעכטיג און שיין.

האבן מחנכים איבערגעקוקט די סליידס?

יא.
מחנכים האבן מיטגעבויט די מעשה און איבערגעקוקט די סליידס.
דאס איז איינער פון די גרויסע חידושים וואס יוסל’ע ברענגט.
יוסל’ע איז געבויט געווארן מיט א שטרענגע איבערזיכט פון הרב אהרן לערנער שליט"א, א באקאנטער מבין אין ADHD. ער האט זיכער געמאכט אז די סליידס זאלן טאקע קענען העלפן ווילדע קינדער, און בלייבן הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן.
דערצו האבן מחנכים בפועל איבערגעקוקט די בילדער, געהערט און געליינט די מעשה, און זיכער געמאכט אז עס פאסט פאר אונזערע טייערע קינדער.


אויב איך האב שאלות, וועמען קען איך רופן

דא האט איר מיין נומער:

1-347-542-8922

איך בין גרייט צו ענטפערן אויף יעדע פראגע.

אויב איך קען נישט אויפהייבן, קענט איר איבערלאזן א מעסעדזש, אדער מיר שרייבן אן אימעיל צו:

B0534167329@gmail.com